אין די טעג האט א ספעציעלע קאמיסיע פארענדיגט די גענויע פלענער פאר א 2.7 ביליאן דאלערדיגע פראיעקט וואס זוכט צו אוועקשטעלן א טראם וואס זאל פארבינדען ברוקלין און קווינס, דער פלאן איז אויסגעארבעט געווארן פאר גאנצע צוויי יאר. דער לייכטע באן איז געפלאנט צו לויפן פאר 11 מייל צווישן רעד הוק אין ברוקלין און עסטאריע אין קווינס לענגאויס דעם וואסער, דער רוט וועט צושטעלן א טראנספארטאציע מעגליכקייט פאר ברוקלינער און קווינסער איינוואוינער וואס קומען און גייען צו די ארבעט אין מאנהעטן דורך דעם פערי סערוויס. פילע גרופעס - ספעציעל איינוואוינער לענגאויס דעם געפלאנטן רוט – זענען קעגן דעם פראיעקט, און דעם זונטאג וועט פארקומען אן עפנטליכע דעבאטע דערוועגן אין סיטי האל פאר די קאנסיל מיטגלידער וועלן שטימען צו גיין ווייטער מיט די פלענער.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה