מעיאר די-בלאזיא איז נעכטן ארויסגעקומען מיט א שארפע רוף צו אובער אז זיי זאלן נעמען באלדיגע שריט צו באזייטיגן א דרייווער וועלכע האט באזידעלט א אידישע פרוי אין וויליאמסבורג וועמען ער האט גענומען פאר א לאקאלע רייזע, דער דרייווער האט איר באזידעלט איבער דעם מיזעלס אויסברוך און געזאגט ״ענק זענען א באנד מיזעלס פארשפרייטער״ און גענוצט א נידיריגע שפראך. דער חסידישער אקטיוויסט יוסי געשטעטנער האט געשריבן דערוועגן אויף טוויטער און דער מעיאר האט האט ווידער-געשיקט זיין טוויט און צוגעלייגט אז ער ערווארטעט פון אובער צו נעמען באלדיגע שריט און ווידער אונטערגעשטראכן זיין גרייטקייט צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם אין ניו יארק סיטי מיט א שטייפע האנט.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל