נעכטן האט דער געוועזענער סעקערטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן ערשינען אין קאנגרעס אונטער פארמאכטע טירן און געשילדערט וויאזוי טראמפ איז אנגעקומען צו א באגעגעניש מיט פוטין גענצליך אומאנגעגרייט און פוטין האט באוויזן אים צו מאנעווירן, און ברענגען דערצו אז אמעריקע האט זיך געדארפט בייגן צו רוסישע אינטערעסן.

פרעזידענט טראמפ האט דאס נישט אראפגעשלונגען לייכט און האט געעפנט א טוויטער אטאקע און מיאוס אראפגעריסן זיין געוועזענער סעקערטערי אוו סטעיט שרייבנדיג ״טילערסי איז דום ווי א שטיין און איז געווען גענצליך אומפעאיג צו דינען אלס סעקערטערי אוו סטעיט״. און לייקנט אפ זיין באהויפטונג אז פוטין האט אים איבערגעקלוגט.

אינטרעסאנט צו באמערקן אז טראמפ האט אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט באצייכנט טילערסאן אלס ״איינער פון די קלוגסטע פירער אין די וועלט, מיט ברייטע ערפארונג און טיפע פארשטאנד איבער די וועלט״, אבער ווי עס שיינט אז אינעם טראמפ-וועלט בלייבט מען נישט לאנג אין די גוטע בוכער אויב איז מען נישט געטריי.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל