א געריכט אין האנג-קאנג האט פאראורטיילט ניין פרא-דעמאקראטישע אקטיוויסטן וועלכע זענען געשטאנען אין שפיץ פון א פראטעסט באוועגונג צו פארלאנגען דעמאקראטיע אין האנג-קאנג אין 2014 וועלכע זענען געזען געווארן אלס אן אויפשטאנד קעגן די צענטראל רעגירונג אין כינע. די אקטיוויסטן שטייען אויס ביז זיבן יאר טורמע פאר׳ן ״מוטיגן אומארדענונג״ און דאס רעכנט אריין פראמינענטע פאליטיקאנטן וועלכע זענען זייער פאפולער אין האנג-קאנג און דאס ווערט געזען ווי א זיג פאר די צענטראלע רעגירונג אין בעידזשינג קעגן די עלעמענטן אין האנג-קאנג וועלכע זוכן מער זעלבסשטענדיגקייט און פרייהייט. דער אורטייל איז פארדאמט געווארן דורך פילע מענטשן רעכט ארגאניזאציעס וואס זאגן אז דאס טוט אונטערדרוקן די ציווילע רעכטן פון די בירגער אין האנג קאנג.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל