עס שטעלט זיך ארויס אז דאס אפזאגן די היימלאנד סעקערטארין קריסטען נילסאן איז בלויז געווען דער ערשטע שריט פאר א גענצליכע אויפשאקלונג פונעם גאנצן היימלאנד זיכערהייט דעפארטעמנט נאכדעם וואס דער פרעזידענט איז אומצופרידן פון זייער האנדלונג מיט׳ן גרעניץ קריזיס.

אין צוגאב צו ניסלאן זענען אפגעזאגט געווארן א רייע באאמטע אריינגערעכנט דער דירעקטאר פון די סיקרעט סערוויס און דער פרעזידענט איז ערווארטעט צו אפזאגן אויך דעם דירעקטאר פון די אימיגראציע סערוויסעס אגענטור לי פראנסיס סיסנע און נאך עטליכע אנפירער פון דעפארטמענטס אינעם אגענטור.

לויט קוועלער אינעם ווייסן הויז האט דער פרעזידענט איבערגעגעבן די לייצעס פאר זיין ראטגעבער סטיווען מילער וועלכער נעמט א גאר שארפע ליניע איבער אימיגראציע און די אויפשאקלונג איז אין בעפארברייטונג צו א גענצליך נייע צוגאנג צו אימיגראציע וואס וועט ארייננעמען מער דעפארטאציעס און שארפערע שטראפן פאר אומלעגאלע אימיגראנטן.
 


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל