א פעדעראלער ריכטער אין קאליפארניע האט געאורטיילט אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט נישט די לעגאלע רעכט צו צוריקשיקן פליטים פון צענטראל אמעריקע קיין מעקסיקא צו אויסווארטן ביז א ריכטער איז גרייט צו אויסהערן זיין ביטע פאר אזיל-רעכטן. דער פראגראם וואס איז אריין אין עפעקט אין די לעצטע וואכן שיקט פליטים צייטווייליג צו וויילן אין מעקסיקא ביז ווען א ריכטער אורטיילט אויב זיי זענען בארעכטיגט צו אזיל רעכטן און דערווייל זענען שוין איבער 600 פליטים צוריקגעשיקט געווארן אונטער דעם פראגראם. פרעזידענט טראמפ האט פארדאמט דעם אורטייל און אראפגעריסן דעם ניינטן סירקוט געריכט אלס ״שאנדפול״ זאגנדיג אז זיי זוכן צו אונטערמינעווען די אדמיניסטראציע.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל