דריי אמעריקאנער מארין זעלנער זענען אומגעקומען און נאך פיר זענען פארוואונדעט געווארן פון אן אויפרייס פארנט פונעם אמעריקאנער באגראם לופט באזע. דריי פון די פארוואונדעטע זענען אמעריקאנער וועלכע ארבעטן אין די מיליטערישע מיסיע און נאך אן אפגאנער בירגער. איינער פון די פארוואונדעטע איז א ניו יארקער מאן וואס האט געדינט ניינצן יאר אלס פייערלעשער אין די ניו יארק סיטי פייער דעפארטמענט. א טאליבאנער גרופע איז געשטאנען אונטער די אטאקע, און עס קומט אין א צייט וואס אמעריקע האלט אפ דירעקטע געשפרעכן אין קאטאר מיט די טאליבאנער פירער.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל