דער ליביער הויפטשטאט טריפאלי איז גענצליך פארקריפעלט געווארן ווען איר איינציגע אינטערנאציאנאלע לופטפעלד איז שווער אמבאדירט געווארן געווארן דורך די ״ליביער נאציאנאלע ארמיי״ וואס האט אונטערגענומען א מאסיווע אפענסיווע צו אייננעמען דעם שטאט פון אן אנדערע פראקציע וועלכע האלט דארט אן קאנטראל אין די לעצטע יארן.

די גרופע איז א מאכטפולע מיליציע אונטער די פירערשאפט פון כאליפא היפטער וועלכער איז געווען א הויכראנגיקער קאמאנדירט אין די קאדאפי מיליטער און האט פארשפראכן צו פאראייניגן ליביע אונטער זיין פירערשאפט.

זיין מיליציע מאכט שטארקע פארשריט אין זייער מיסיע, אבער שטייט אויס א ווידערשטאנד פון די קאאליציע פון מיליציעס וועלכע זענען אין קאנטראל פון די געגנט, און ביידע זייטן נוצן לופט וואפן און הייס געווער אין א געגענט וואס איז געדעכט באוואוינט מיט ציווילע באפעלקערונג.

דערווייל זענען באריכטעט געווארן אמווייניגסטנס 50 טויטע מערסטנס ציווילע, און די יו.ען. האט שארף פארדאמט די באנייטע שלאכטן און גערופן צו א באלדיגע פייער שטילשטאנד, און אזוי אויך האט די יו.ען. ארויסגעצויגן אירע שלום טרופן וועלכע זענען דארט געווען סטאנציאנירט צו האלטן ארדענונג.
 


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל