דער אמעריקאנער פארשטייער פאר האנדל ראבערט לייטהיזער האט געמאלדן א פלאן פון די טראמפ אדמיניסטראציע צו לייגן פרישע טאריפן אויף אייראפעאישע פראדוקטן נאכדעם וואס די ״וועלטס האנדל ארגאניזאציע״ האט געאורטיילט אז די גרויסע גרענטס פאר די עירבאס פירמע פון די אייראפעאישע פאראיין האט געשעדיגט אמעריקאנער פירמעס פון יושר׳דיגע קאנקורענץ.

די נייע טאריפן וועלן אריינעמען פארשידענע פראדוקטן אריינגערעכנט וויין און מילכיגע פראדוקטן, און זוכט צו אריינברענגען ארום 11 ביליאן דאלער אין אימפארט שטייערן, די סכום וואס די אייראפעאישע סובסידיעס האבן שאדן געמאכט פאר אמעריקאנער פירמעס.

אייראפעאישע פירער האבן גאר שארף רעאגירט צו די נייע מעלדונג זאגנדיג אז די סכום איז דראסטיש איבערגעטריבן און געווארנט מיט א שארפע רעאקציע צו אזעלכע טאריפן און געווארנט אז דאס וועט עפענען א ענדלאזע האנדלס קריג צווישן די צוויי עקאנאמישע מאכטן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל