נאך א גאר היציגע און אנגעצויגענע קאמפיין גייען מיליאנען מדינת ישראל בירגער היינט צו די שטים בודקעס צו ערוועלן 120 רעפרעזענטאטן צום כנסת, און גלייכצייטיג באשטימען ווער עס זאל פארעמען דעם קומענדיגן קאאליציע און דינען אלס דער פרעמיער מיניסטער פאר די קומענדיגע פיר יאר.

פון איין זייט שטייט דער פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו וועלכער זוכט נאך א טערמין נאך 12 יאר אין אמט, און זיין הויפט קעגנער איז די ״כחול לבן״ פארטיי וואס איז צונויפגעשמאלצן פון עטליכע צענטעריסטישע פארטייען און זייער קאנדידאט פאר פרעמיער מיניסטער איז דער געוועזענער הויפט גענעראל בעני גאנץ און דער געוועזענער פינאנץ מיניסטער יאיר לפיד מיט וועמען ער וועט טיילן דאס בענקל מיט ראטאציע אויב זאל זייער פארטיי געווינען.

לויט די לעצטערע אנקעטעס שטייען סיי ליכוד און סיי כחול-לבן ביי ארום דרייסיג מאנדאטן איטליכע פארטיי. און נאך ארום צען קלענערע פארטייען פון ביידע זייטן וועלכע זענען ערווארטעט צו אריבערגיין דעם מינימום צאל שטימען אויף צו אריינקומען אינעם כנסת. סיי נתניהו און סיי גאנץ וועלן מוזן קריגן די שטיצע פון קלענערע פארטייען אויף צו פארעמען א קאאליציע פון 61 בענקלעך און צונויפשטעלן א רעגירונג.

לויט די לעצטע אנקעטעס האט דער רעכטער בלאק אין שפיץ פון נתניהו בעסערע שאנסן צו צוזאמענשטעלן א קאאליציע, וויבאלד ער האט די צוזאג פון די פרומע פארטייען און פון עטליכע רעכטע פארטייען זיך צו אנשליסן אין זיין קאאליציע אפגעזען פון די רעזולטאטן, אבער אויב וועט כחול-לבן״ ארויסקומען מיט א שטארקע אויבערהאנט אין די צאל מאנדאטן קען דאס עווענטועל טוישן דעם מאפע.

די וואלן קומען אין א צייט וואס אויף נתניהו שוועבט א וואלקן פון קארופציע קלאגעס אין וועלכער ער וועט ווארשיינליך אנגעקלאגט ווערן, און איז געווען די צענטראלע טעמע אינעם פארמעסט און דעריבער זענען די וואלן געזען געווארן ווי א דירעקטע רעפערענדום איבער די פירערשאפט פון נתניהו, און די לינקע לאגער האט זיך פאראייניגט אונטער א צענטער-רעכטע פארטיי אים צו אראפווארפן פון בענקל.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל