פון טשאדעלע באדעלע

א מאדנע אינצידענט האט זיך אפגעשפילט צוויי טאג צוריק אין פלאשינג, קווינס, ווען א ען.וויי.פי.די. טראפיק סופערווייזער האט פליצלונג באקומען א שילשל און אריינגעקראכט אין א קאר וואס איז געשטאנען פארנט פון אים. דער אפיציר האט ווילדערהייט צוריקגע'בעק'ט פונעם קאר אין וואס ער האט נארוואס אריינגעקראכט, און מיט א אימפעקט אריינגע'בעק'ט אינעם קאר וואס איז געשטאנען אונטער אים.

די אנצידענט האט זיך געענדיגט ווען דער פאליציאנט האט ווידער צוגעלאפן צום פאדערשטער קאר, און אים גענצליך צושמעטערט, בשעת ווען יענע דרייווער צינדט אן זיינע ווייפּערס זייענדיג פארלוירן צום טויט נישט וויסענדיג וואספארא טייוול האט אים דא אנגעטראפן אז א פאליס קאר מאכט פון זיין קאר באָנדאַש...

דער סופערווייזער איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל צו אונטערזוכן אויב ער איז פּסיכאָלאָגיש אויסגעארבעט.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל