זעקס מענטשן, אַריינגערעכנט צוויי קינדער, זענען געשאסן געווארן שבת נאכמיטאג אין א וועסט ענגלוואָד געגנט, האבן די אויטאריטעטן געזאגט. די אינצידענט איז פארגעקומען אַרום 6:21 אווענט אין 6300 בלאָק פון סאוט סילי עוועניו, לויט די שיקאַגאָ פּאָליציי.

אויטאריטעטן האבן איבערגעגעבן אז צוויי באטראפענע זענען געווען קינדער, אַ 10 יעהריגער מיידל און אַ 8 יעהריגער אינגל. ביידע זענען גענומען געווארן צו די קינדער'ס שפיטאל און בלייבן אין א סטאַבילע צושטאנד, האט די פּאָליציי געזאגט. א 29 יעהריגע פרוי איז גענומען צום שפיטאל אין א קריטישע צושטאַנד, צוזאמען מיט אַ 42 יעהריגער מאן. ווי אויך צוויי אנדערע מענער, אַ 23 יעהריגער וואס איז אין א סטאַביל צושטאַנד און אַ 28 יעהריגער וואס איז שפעטער טראַנספּאָרטירט געווארן צו א אנדערע שפיטאל פאר ספעציעלע באדינונגען.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל