א פאַרבאָט אויף אומוואַקסינירטע קינדער אין עפנטליכע ערטער אין ראַקלענד קאַונטי, איז געשטעלט געווארן אויף "האָלד" דורך אַ סטעיט ריכטער פרייטאג. די קאָנטראָווערסיאַלע פאַרבאָט איז אריין אין קראפט צוויי וואכן צוריק דינסטאג, נאכדעם וואס די קאַונטי האט געהאט 170 באשטעטיגטע מיזעלס קעיסעס. דער ריכטער ראלף טאָרסען האָט גע'סקעדזשול'ט א פארהער פאַר פרייטאג ערב פסח, און האָט געזאָגט אז די קאונטי איז דערוויל פארבאטן פון אינפארסירן דעם סטעיט אוו עמורדזשענסי. "די קינדער זיינען דערווייל ערלויבט זיך אומגעקערט צו צו זייערע שולעס און אַנדערע צונויפקומען אין עפנטליכע ערטער", האט ער געשריבן.

די פסק איז געווען אין ענטפער צו אנקלאגעס גע'פייל'ד דורך די עלטערן פון לאקאלע שולע קינדער, מיט די עלטערן רופענדיג די פאַרבאָט אומבאזירט און קריאוז, און גע'טענה'ט אז די קאַונטי האט איבערגעצויגן די שטריק מיט'ן זיך אריינמישן אין ענינים ווי זיי האבן נישט קיין לעגאַלע אויטאָריטעט.

מערערע רבנים און מורי צדק זענען שוין ארויסגעקומען מיט שטרענגע ווארענונגן אויסצופאלגן די אנווייזונגען פון די רעגירונג און די געלערנטע דאקטוירים, ווי איידער גלייבן יעדע באבע מעשה ערפונדען דורך שמאל-געענגטע מוחות אויף בלאגס וואס זענען געטריבן דורך ספעציעלע אינטערעסע. "געזונט ווערט באהאנדלט דורך א דאקטאר; נישט דורך גוגל", האט געלאמערט א רב אין א אינטערוויו פאריגע וואך. ער האט ארויסגעברעגט ווי איראניש עס איז אז די "אומפאַראַנטוואָרטליכע" פארשוינען גרויסן זיך איבער זייערע "ריסורטש" און "וויסנשאפט", ווען זיי ווייסן ניטאמאל וויאזוי צו דורכצופירן א ריסורטש אדער וויאזוי צו לייענען א שטודיע רעזולטאט. "פּראָפּאַגאַנדע איז אייביג געווען שעדליך, פון די שרעקליכסטע טיילן פון די אומקאנטראלירטע אינטערנעט", האט ער געזאגט, צולייגענדיג אז מערערע אויבער-חכמים פארשרייטן שקרים זייענדיג באוואוסטזיניג אז זיי לייגן אריין מענטשנ'ס לעבן אין א גרויסע סכנה, און אז "עס איז קרוב לומר אז זיי גייען אריין אין די דין פון רודפים!"


באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל