ראַקלענד קאַונטי וועט דערקלערן א סטעיט אוו עמורדזשענסי אין פארבינדונג צו די אנגייענדע מיזלעס אויסבראך. אנגעהויבן היינט נאכט 12 אזייגער, ווער עס איז אונטער 18 יאָר אלט און איז אומוואקסינירט קעגן מיזעלס, וועט זיין פארבאטן פון פובליק ערטער ביז זיי באַקומען די עם-עם-אר וואַקסין אָדער ווען די דעקלאַראַציע גייט אריבער אין 30 טעג ארום.

די דעקלעראַציע איז געגעבן געווארן אונטער די ניו יארק סטעיט עקזעקוטיוו געזעץ. זינט מערץ 21, איז באשטעטיגט געווארן 151 קעיסעס פון מיזעלס אין די קאַונטי. מיזעלס איז אַ העכסט-אנשטעקיגע קרענק וואס כאפט זיך איבער דורך די לופט, און פארשפרייט זיך לייכט דורך הוסטן און ניסן.


באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל