דער צייטווייליגער ווייסע הויז שטאב-הויפט מיק מולוועיני האט געזאגט אין א פאקס ניוז אינטעוויו אַז דעמאָקראַטן וועלן "קיינמאָל" נישט זעהן פּרעזידענט טראָמפּ’ס טעקס רעטורן, טעג נאָכדעם וואס א קאנגרעס דעמאָקראַט האט פאַרלאַנגט פון די איי-אר-עס ארויסצוגעבן טראָמפּ'ס טעקס רעטורן. די באַמערקונגען פון מולוועיני איז אַ קלאָרע העכערונג אין די ווייסע הויז רעטאָריק איבער די טעמע. טראָמפּ האט מיטוואך אוועקגעמאכט די פארלאנג, אבער האט אנגעדייטעד אז ער איז גרייט צו צושטעלן די אינפאָרמאַציע איינמאל די - אומבאשטעטיגטע - אודיט ענדיגט זיך...

"אָה נאָו, נעווער" האט מולוועיני געזאָגט ווען פאקס האט אים געפרעגט צי די דעמאָקראַטן וועלן אמאל זעהן די פּרעזידענט'ס טעקס רעטורן, און "זיי זאלן טאקע נישט".




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל