א פרישע שטודיע איז ארויסגעקומען אפצוווענדן די איינגערעדקייט אין נאטירליכע היילונג און באבע מעשיות סגולות.
נאכדעם וואס די וועלט האט זיך מער איבערצייגט די לעצטע טעג איבער די שעדליכקייט פון לאזן מענטשן אנגיין מיט זייערער טונקעלע איינרעדענישן איבער וואקסינען, האט די צוויי און א האלב ביליאן דאלער'דיגע (!) "אלטערנאטיווע מעדעצין" אינדוסטריע פארלוירן נאך א שלייער, ווען עס איז אויפגעדעקט געווארן אז נישט נאר העלפן נישט די פארשידענע וויטאַמינען וואס מענטשן שטאָפּן זיך טעגליך, נאר זיי קענען זיין גאר שעדליך פאר די געזונט.
לייענט די פולע ארטיקל
אסאך מענטשן נעמען טעגליך איין וויטאַמינען וואס באשטייען פון מינעראלע אדער נוטריאַנט סופּלימענטן צו פארלענגערן זייערע לעבנסטעג, אָבער אַ נייע שטודיע ווייזט אז עטליכע סופּלימענטן קען פאקטיש פאַרגרעסערן די שאַנסן פאר קענסער ר"ל. פאָרשערס פון "טופטס אוניווערסיטעט" האבן פארגליכן דאס אייננעמען פארשידענע נוטריאַנטן מיט ראַטעס פון טויט פון אַלע אורזאכן, און זיי האבן געפונען מענטשן קענען זיך אריילייגן אין א סכנה מיט'ן נעמען קאַלסיום סופּלימענטן דאָזעס העכער פון טויזנט מילאַגראַם אַ טאָג, און אומנויטיגע "וויטאַמין די." סופּלימענטן קען אויך האָבן טויטליכע נאכפאלגן.

די אָלטערנאַטיוו - אדער האָומאָופּאַטישע - מעדיצין אינדוסטריע טרייבט אויף ביליאנען דאלער א יאהר פון פארקויפן טאבלעטן און סערווירן פּראָצעדורן, וואס האבן נישט קיין מינדעסטע איבערזוכט, נישט איבער איר אינהאלט ווי אויך נישט איבער ווירקזאמקייט פון אירע צוגעזאגטע רעזולטאַטן. די עף.די.עי., וואס איז די פעדעראלע אגענטור מיט איבערזוכט איבער אלע טראָדיציאַנאַלע היילונג מעדעצינען, פּראָצעדורן און אנדערע פארמאסודיקעל פראדוקטן, ביז'ן לעצע באנדאדזש., קען אבער נישט רעגולירן "נאטירליכע מעדעצינען", הערבן (ריין אידיש: קרייטעכטס), וויטאַמינען א.ד.ג. די זעלבע וועג, נאר רעגולירט זיי ווי א פשוט'ע עסן, וואס ווערט טאקע אויך רעגולירט דורך די עף.די.עי., אבער די וועג וויאזוי עף.די.עי. רעגולירט עסן - אנדערש פון מעדעצין - איז אז מאַנופעקטורערס דארפן נישט זוכן זייער באשטעטיגונג איידער זיי פאבריצירן די פראדוקט. פירמעס מעגן איינרעדן אז זייער פראדוקט ברענגט געוויסע בענעפיטן אהן קיין שום באווייז (זיי מוזן אבער שרייבן אז די עף.די.עי. האט דאס נישט איבערגעקוקט), ווערט בכלל נישט שטודירט פאר'ן דאס ארויסלייגן אויף די העלט-פוד פאליצעס, א.א.וו. אין פאקט, די איינציגסטע פארלאנגן אונטער די רעגולאציע - געלאזט אין גאנג דורך די "דייעטערי סופּלימענטס העלט ענד עדוקעישאָן אקט" (DSHEA) געזעץ וואס קאנגרעס האט דורכגעפירט אין 1994 - איז אז מען קען עסן די פראדוקט, און איז נישט געמאכט מיט'ן פלאן צו היילן קרענק. אין קורצן, די "בורדן" ליגט אויף די עף.די.עי. צו איבערצייגן די פראבלעם פון די פראדוקט, ווי איידער אויף די פירצע צו איבערצייגן איר זיכערקייט אדער ווירקזאמקייט.
דזשעין העני, דער עף.די.עי. קאָמישאָנער פון 1998 ביז 2001, דערציילט וויאזוי די אָלטערנאַטיוו מעדיצין אינדוסטרי האט לאַביאירט קעגן דורכפירן דעם א.ד. לויזע געזעץ, מיט'ן ארויסשטעלן אנאנסן אז די רעגירונג קומט אָט אוועקצונעמען די וויטאַמינען פון די אמעריקאנער פאלק. די דערשרעקענדע מעסעדזשעס איז א שטארקע טייל פון זייער פּראָפּאַגאַנדע מאשין, און זיי זענען אנגעוויזן אויף די תמימות פון שוואכע ארויסצושלעפן זייער לעצטע דאלער צו "ראטעווען זייער לעבן"...
א אינטערעסאנטע ביישפיל פון די בייזוויליגע רשעות פון די אינדוסטריע, קען געזעהן ווען מיט די "יופערדא" הערב, וואס ווערט גענוצט אלס היילונגס מיטל דורך כינע פאר טויזנטער יאהרן, אבער איז פאקטיש פארבינדען מיט די פארגיפטונג פון 10,326 מענטשן אין 2002, איבערלאזענדיג בערך 108 מענטשן אין א גאר קריטישע צושטאנד. ווען דער דאן קאָמישאָנער מארק מאַקלעלאַן האט דאס געוואלט אראפנעמען פון די פאליצעס, האט דאס - צוליב די דרוק און לאַביאירונג פון די אינדוסטרי - גענומען אכט גאנצע יאהר! די ערשטע באריכטן איבער איר שעדליכקייט איז אריינגעקומען אין 1997, און ערשט אין 2004 איז עס סוקסעספול פארבאטן געווארן. אבער די טייוולאנישע פירמעס זענען נישט געווען פארטיג, און אין 2005 האבן זיי דאס אפגעקעמפט, און ערשט אין 2006 האט די קאָורט אוו אַפּיעלס צוריק באשטעטיגט די פאַרבאָט.
צוריק צו די אומווירקזאמקייט און שעדליכקייט פון נאטירליכע סופּלימענטן.
אין 2015, האבן בלויז 12.2 פּראָצענט פון אמעריקאנער געגעסן די רעקאַמענדירטע צאל פרוכט, און נאָר 9.3 פּראָצענט האבן געגעסן גענוג גרינצייג - כאָטש וואס עסן גענוג פרוכט און גרינצייג איז א טייל פון אַ געזונטע דיעטע צו רעדוצירן די ריזיקיע פון פילע כראָנישע קרענק, אריינגערעכנט הארץ-אדערן קרענק, טיפּ 2 דייעביטיס, געוויסע קענסערס ל"ע, און אָוביסעטי (איבערוואג). אין די זעלבע צייט האבן 75 פּראָצענט אמעריקאנער אראפגעשלינגען כאטש איין נוטריאַנט סופּלימענט, שפּענדענדיג איבער 30 ביליאָן דאלער אַ יאָהר אויף די אומרעגולירטע פּילן.
ערגעץ-ווי זעהט זיך אן א קריאוזע צומישעניש, ווייל איין שטודיע נאך די אנדערע ווייזן אַז סופּלימענטן טוען נישט אויף קיין סאך אין בעסטער פאל, אבער זיי קענען גאר אנמאכן שאדן. די נייע שטודיע קומט צו א פּשוט'ע מסקנא: "נוצן פון דייאַטערי סופּלימענטן איז נישט פאַרבונדן מיט לעבנס בענעפיטן צווישן אַמעריקאַנער ערוואַסענע".
די שטודיע האט געקוקט אויף דאַטא פון מער ווי 27,000 אַמעריקאַנער ערוואַסענע, 20 יאר אַלט און אַרויף, צו מעסטן די פאַרבינדונגען צווישן דייאַטערי סופּלימענטן באנוץ און טויט פון סיי וועלכע אורזאך, הארץ אטאקעס, קארדיעק ארעסט, סטארוקס, און קענסער. זיי האבן אַנאַליזירט צי אייננעמען נוטריאַנטס איז געווען פאַרבונדן מיט טויט, און אויב דער מקור פון די נוטריאַנטס - עסנוואַרג קעגן סופּלימענטן - האט עפעס א פארבינדונג מיט די בענעפיטן. זיי האבן געפונען אַז צו באקומען גענוג פון עטליכע נוטריאַנטס זענען קלאר פארבונדן מיט אַ רעדוקציע אין אַלע-סארטן טויטליכע קרענק, אבער בלויז ווען די נוטריאַנטס זענען געקומען פון עסן; נישט פון סופּלימענטן. עס איז נישט געווען קיין שום פארבינדונג צווישן נוצן סופּלימענטן צו אַ נידעריגער טויט ריזיקע.
הוסף רשומת תגובה