סייענטיסטן האבן נעכטן ארויסגעלייגט די ערשטע בילד וואס מען האט אפגעכאפט פון א ״בלעק האָול״ (שווארצע לאך) אין די ספערן.

א "בלעק האָול" איז שוין א פיזיקס טעאָריע פאר לאנגע יארן, נאך וואס איינשטיין'ס טעאריע איבער גרעוויטי איז מחייב אז דאס דארף זיך געפינען ערגעץ. די לעצטערע יארן האבן די סייענטיסטן שוין באשטעטיגט מיט באווייזן אז עס עקזיסטירט, און יעצט האבן זיי באקומען א בילד דערפון, גענומען דורך צוויי הונדערט מענטשן מיט ניין טעלעסקאָופּ'ן פון איבער די וועלט.

די לאך געפונט זיך אין די ווייטע "מעסיער 87" גאַלאַקסי, וואס איז בערך 55 מיליאן ליכט-יאהר (ארום צוויי הונדערט מיליאן טריליאן מיילן) אוועק פון אונזער ערדקיגל, און איז דריי מיליאן מאל אזוי גרויס ווי דער פלאנעט ערד. דאס קומט אויס גרעסער ווי די גאנצע סאָולאַר סיסטעם, און מען גלייבט אז דאס איז איינס פון די גרעסטע בלעק האָולס וואס עקזיסטירט.


באריכט פון ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל