אין א אומבאשלאסענע אויסגאנג פון די נעכטיגע וואלן אין מדינת ישראל, האבן די פאולס ביינאכט געוויזן אז דער אמטירנדער פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו האט ווארשיינליך געוואונען די וואלן. סיי נתניהו און סיי זיין הויפט-קעגנער בעני גאנץ האבן געפייערט א נצחון. צום ערשט האט בעני גאנץ געזאגט אז ער האט געוואונען, לויט ווי די עקזיט פאולס האבן טאקע געוויזן אז דער "כחול לבן" פארטיי לויפט פאראויס. אבער נאכפאלגענדע פאולס האבן געוויזן פארקערט, אז ביבי נתניהו און די רעכטע ליכוד פארטיי האבן אריינגעברענגט 35 בענקלעך, ווען בעני גאנץ'ס 'כחול לבן' פארטיי האט געוואונען 34 בענקלעך.
זעענדיג דעם אויסגאנג פון די עקזיט פאולס, האט נתניהו אנגעהויבן צוזאמשטעלן א קאאליציע און פארהאנדלען מיט די פארטייען וואס וועלן פארמען זיין רעכטע רעגירונג, אין בעפארברייטונג צו זיין פיפטע טערמין.
הוסף רשומת תגובה