זיכערהייט קרעפטן אין סודאן האבן אין די לעצטע טעג פארשטערקערט זייערע פרואוון צו אונטערדרוקן מאסן פראטעסטן קעגן אפאזאציע אקטיוויסטן וועלכע פירן דורך שטורמישע פראטעסטן צו באזייטיגן דעם פרעזידענט אמאר-אל-באשיר וועלכע איז שוין צוואנציג יאר ביי די מאכט. טויזנטער פראטעסטירער באלאגערן דעם פרעזידענטליכן פאלאץ אין חארטום און די זיכערהייט קרעפטן נוצן טרערן גאז און הייס געווער קעגן די פראטעסטירער, באאבאכטער שאצן אז צענדליגע זענען שוין אומגעקומען אין די לעצטע וואכן דורך די זיכערהייט קרעפטן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל