אין מדינת ישראל וועלן בירגער מארגן גיין צו די שטים-בודקעס פאר פארליאמענטארע וואלן פאר׳ן כנסת. און ביידע זייטן פירן א העפטיגע קאמפיין אין די לעצטע טעג צו געווינען א מערהייט פון 61 מאנדאטן פאר זייער בלאק. די צענטער-לינקע בלאק אין שפיץ פונעם געוועזענער גענעראל בעני גאנץ און זיין ״כחול-לבן״ פארטיי. און די רעכטע בלאק אין שפיץ פון ביבי נתניהו און די ״ליכוד״ פארטיי.

אבער די פירער פון ביידע זייטן פרובירן אויך צו קריגן א שטארקע מערהייט פאר זייער פארטיי אינערהאלב דעם בלאק, און דעריבער פירן ביידע א אינטענסיווע קאמפיין צו ״אויסטרינקען״ שטימען פון די אנדערע פארטייען אין זייער בלאק, ספעציעל פון די פארטייען וועלכע זענען אין געפאר פון נישט אריבערגיין די מינימום צאל שטימען וואס פארלאנגט זיך צו אריינקומען אינעם כנסת.

אין א לעצט מינוטיגע פרואוו צו פארזיכערן א סאלידע מערהייט פאר זיין ״ליכוד״ פארטיי אויפ׳ן חשבון פון די מער-עקסטרעמע רעכטע פארטייען האט פרעמיער מיניסטער נתניהו געמאכט א גאר איבעראשנדע צוזאג אז ער וועט ארבעטן אויף צו אנעקסירן טיילן פונעם מערב ברעג צו מדינת ישראל.

דער צוזאג איז א טויש פון זיין אפיציעלע פאליסי אז ער שטיצט א צוויי-שטאטן לעזונג, און האט געברענגט אינטערנאציאנאלע קריטיק, און ברענגט אויף די פראגע וואס עס וועט זיין די סטאטוס פון די מיליאנען פאלעסטינער וואס וואוינען דארט. און פילע זארגן זיך אז דאס קען פארוואנדלן מדינת ישראל אין אן ״אפארטהייד״ שטאט.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל