דער פענטאגאן האט היינט פארארדענט א באלדיגע צירוקצונג פון אלע אירע טרופן אין ליביע, זאגנדיג אין א סטעיטמענט אז דאס איז א צייטווייליגע ארויסצי ביז דער סיטואציע ווערט אויסגעקלארט, דער סטעיטמענט האט אונטערגעשטראכן זיכערהייט זארגן, און קומט אין א צייט וואס די וועלט זארגט זיך אז דאס לאנד שטייט אויפ׳ן שוועל פון א פרישע ברודער קריג.

די זארג פאר א ברודער קריג קומט אין ליכט פון דעם וואס די מיליציע פון גענעראל כאליפא האפטאר וועלכער איז דער אנערקענטער הערשער פון מזרח ליביע האט פארארדענט זיין מיליטער צו מארשירן קיין טריפאלי וועלכע דינט אלס הויפשטשטאט פון די רעגירונג פון מערב ליביע וועלכע איז אויך אנערקענט דורך אמעריקע און די יו.ען. דער מיליטער פון האפטאר האט שוין באוויזן צו אייננעמען רוב שטעט ארום טריפאלי, און אויך טיילן פון טריפאלי וואו עס קומען פאר שלאכטן אין וועלכע צענדליגע זענען שוין אומגעקומען, און אזוי אויך האט די יו.ען. געזאגט אז הונדערטער ציווילע אנטלויפן פון טריפאלי, א זאך וואס קען ברענגען א פרישע פליטים קריזיס.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל