דרייסיג יאר פון א טיראנישע דיקטאטורשאפט איז געקומען צו א דראמאטישע ענדע היינט אינדערפרי ווען דער סודאנער מיליטער האט באזייטיגט פון אמט דעם פרעזידענט אמאר אל-באשיר, און אים ארעסטירט און ער וועט מעגליך אנגעקלאגט ווערן אויף קלאגעס פון מענטשן רעכט פארלעצונגען און מאסן מארד.

די מיליטער האט געמאלדן אז די רעגירונג איז אויפגעלעזט און געמאלדן א צוויי יעריגע טראנזיציע פעריאדע אין וועלכע די מיליטער וועט זיין ביי די מאכט און א קורפיו איז געמאלדן געווארן פאר יעדע נאכט נאך צען אזייגער.

דער פוטש קומט נאך לאנגע וואכן פון שטורמישע פראטעסטן וועלכע האבן פארפלייצט דאס לאנד, די פראטעסטן האבן אויסגעבראכן נאכדעם וואס די רעגירונג האט געשניטן די סובסידיעס פאר ברויט און איז דאן פארוואנדלט געווארן אין א פולשטענדיגע רעוואלט קעגן דעם דיקטאטור.

נאך די מעלדונג פון די מיליטער האבן די פראטעסטן זיך נישט גענצליך איינגעשטעלט, און סודאנעזער זענען באזארגט אז זיי וועלן יעצט פארבלייבן אונטער א מיליטערישע רעזשים אזוי ווי ביז 1964 ווען די מיליטער האט געוועלטיגט איבערן לאנד אבער מיליטערישע פירער פארשפרעכן אין די צוויי יאר וועט אפגעהאלטן ווערן א רעפערענדום פאר א פרישע קאנסטיטוציע און רעגירונג.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל