די בראשית ספּעיסשיף, וואס האט היינט געדארפט לאנדענען אויף די לבנה, איז דורכגעפאלן, און האט געקראכט. "מיר האָבן אַ דורכפאַל פון די ספּעיסקרעפט," האט געזאגט דער מענעדזשער פון די מדינת ישראל עראָוספּעיס אינדוסטריס' ספּעיס אָפּטיילונג, וואָס האט אנטיילגענומען אין בויען די ספּעיסשיף. "מיר האבן דאס נישט באוויזן, אָבער מיר האבן כאטש פרובירט", האט געזאגט מאָריס קאַהן, פּרעזידענט פון ספּעיס-איל, די נישט-פאר-פּראָפיט אנגאניזאציע וואָס האט אָנפירונג מיט די מיסיע. "איך האלט אז מיר קענען זיין שטאָלץ".
אויב עס וואלט געווען דערפאָלגרייך, וואלט די ראָבאַטישע לאַנדער געווען דער ערשטער אויף די לבנה דורך אַ פּריוואַטע אָרגאַניזאַציע, און עס וואָלט געשטעלט מדינת ישראל צו א קליינע שטאלצע גרופע פון בלויז בלויז דריי לענדער - אמעריקע, רוסלאנד און כינע - צו באווייזן אַזאַ מיסיע.
הוסף רשומת תגובה