די וועלטס גרעסטע דעמאקראטיע גייט צו די שטים בודקעס מיט 900 מיליאן שטים בארעכטיגעטע בירגער, אין א וואל פארמעסט וועלכע ווערט געזען ווי א רעפערענדום אויף די פירערשאפט פון דעם רעכטן פרעמיער מיניסטער נעראנדארא מאודי וועלכער האט אין די לעצטע פינף יאר דורכגעפירט ווייטגרייכנדע רעפארמען אין לאנד, און שטארק פארבעסערט די עקאנאמיע.

אין די פאריגע וואלן האט די נאציאנאליסטישע פארטיי פון מאודי געווינען 282 זיצן צווישן די 545 זיצן אינעם אינדיער פארליאמענט. ער האט אומגעווארפן די לינקע פארטייען וועלכע האבן געוועלטיגט אין אינדיע זינט זי האט דערקלערט זעלבסשטענדיגקייט אין 1949. און גענומען שריט צו מאדערנעזירן דעם לאנד.

אונטער מאודי איז אינדיע געווארן די שנעסלט-וואקסנדע עקאנאמיע אין די וועלט, אבער ער שטייט אויס קריטיק צוליב א הויכע ציפער פון ארבעטסלאזיגקייט און פילע אינדיער שפירן אז זייער פערזענליכע פינאנציעלע לאגע איז נישט בעסער געווארן אונטער זיין הערשאפט.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל