טויזנטער איינוואוינער אינעם ליביער הויפטשטאט אנטלויפן פון זייערע היימען אין טריפאלי צוליב די שלאכטן וואס קומען דארט פאר צווישן די שטארק מיליציע און די מיליטער פון די אינטערנאציאנאל אנערקענטע רעגירונג אין טריפאלי.

די יו.ען. שאצט אז ארום 5 טויזנט ציווילע זענען שוין אנטלאפן, און אויך אז ארום פופציג טויזנטער קינדער זענען אין געפאר פון ווערן פארכאפט אין די שלאכט זאנע. און ווארנט אז ווען די שלאכטן קומען אן צו די געדיכט באוואוינטע געגענטער קען דאס ברענגען א בלוט באד.

די מיליציע פון גענעראל האפטער וואס רופט זיך ״ליביער נאציאנאלער ארמיי״ האט שוין פארכאפט רוב שטעטלעך און די אומגעגענט און געפונט זיך ארום 5 מייל אוועק פונעם צענטער פון טריפאלי און די עיקר שלאכטן זענען יעצט קאנצעטרירט ארום דעם לופטפעלד.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל