די ״רויטערס״ נייעס קוואל האט היינט געמאלדן פון קוועלער אין ווייסן הויז אז די טראמפ אדמיניסראציע ארבעט אויף די לעצטע פאזעס פון איר מיטל מזרח שלום פלאן צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער, און וועט שוין זיין גרייט צו פארשטעלן פאר ביידע זייטן אין עטליכע וואכן. דער פלאן איז אויסגעארבעט געווארן דורכאויס די לעצטע צוויי יאר דורך דשערעד קושנער און דשעיסאן גרינבלאט און די אינהאלט איז דערווייל אומבאקאנט, אבער עס איז ערווארטעט צו עפענען א פרישע רונדע פון פארהאנדלונגען. ווען דער סעקערטערי אוו סטעיט מייק פאמפעאו איז היינט געפרעגט געווארן אויב דער אפמאך וועט גרונדען א פאלעסטינער לאנד האט ער זיך אנטזאגט צו ענטפערן.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה