דער געוועזענער דעמאָקראַטישע קאנגרעסמאן פון טעקסאַס בעטאָ אָ’ראָורקע האט שטארק קריטיקירט מדינת ישראל פּרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו זונטאג, רופענדיג אים א "ראַסיסט" און אַ שטערונג צו שלום.

רעדענדיג אין אייאָווע ווי ער קאמפּיינט פאַר די דעמאָקראַטישע נאַמינאציע פאַר פּרעזידענט, האט אָ’ראָורקע געזאגט אַז די אמעריקע-מדינת ישראל פאַרבאַנד איז פון די וויכטיגסטע "אויף דעם פּלאַנעט", און האט אבער ברוטאל אריינגעשמיסן אין נתניהו. "דער פאַרבאַנד, אויב עס איז דערפאָלגרייך, מוז שטייגן איבער פּאַרטייאישקייט אין די פאַראייניגטע שטאַטן, און עס מוזן קענען שטייגן איבער אַ פּרעמיער מיניסטער וואס איז ראַסיסט, ווען יענער וואָרענט איבער אַראַבערס וואס קומען שטימען, וואס וויל זיך קעגנשטעלן יעדע מעגליכקייט פאַר שלום ווען ער סטראשעט צו אַנעקסירן די מערב ברעג, און וואס שטיצט די עקסטרעם רעכטע, ראַסיסטישע פּאַרטיי כדי אנצוהאַלטן זיין מאַכט", האט אָ’ראָורקע געזאגט.

אָ’ראָורקע האָט פארגעזעצט, זאגענדיג אז ער האלט נישט אז נתניהו "פארטרעט דער ריכטיגע ווילן פון די מדינת ישראל מענטשן" אָדער די "בעסטע אינטערעסע" פון די פאַרבאַנד צווישן אמעריקע און מדינת ישראל. ער האָט אפן אינדארסירט אַ צוויי-שטאַט לייזונג צו דערגרייכן שלום צווישן מדינת ישראל און די פּאַלעסטינער. "מיר מוזן קענען איבערקומען זיין יעצטיגע פירערשאַפט זיכער צו מאַכן אַז דער פארבאנד איז שטאַרק, אַז מיר זעצן פאר צו פאראויסשטופּן און זיין באפרידיגט פאַר גאָרנישט ווייניגער ווי אַ צוויי-שטאַט לייזונג, ווייל דאָס איז דער בעסטער געלעגנהייט פאַר שלום פאַר די מענטשן פון מדינת ישראל און די מענטשן פון פּאַלעסטינע, "האט אָ’ראָורקע געזאגט. "עס איז דער בעסטער געלעגנהייט פאַר די פולע מענטש רעכט פון יעדער וואס וואוינען אין די געגנט".



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל