עס הערשט א בין הזמנים'דיגע אַטמאָספערע אין די ווייסע הויז, ווען "לא נתקבל" קארטלעך ווערן אויסגעטיילט און קאבינעט מיטגלידער וואונדערן זיך אויב זיי קומען נעקסט...

יו.עס. סיקרעט סערוויס דירעקטאָר רענדאָלף 'טעקס' אַלעיס ווערט געצווינגען אפצוטרעטן פון זיין פאזיציע, אין די לעצטע אויפשאקלונג אין די דעפּאַרטמענט אוו האָומלענד סעקיוריטי, נאכפאלגענדיג סעקרעטאַר קירסטען ניעלסאָן'ס רעזיגנאציע.

אַלעיס איז שוין געמאלדן געווארן 10 טעג צו "צוגרייטן אַן אַרויסגאַנג פּלאַן", אין אַ סיגנאַל אַז אַ איבערגאַנג קומט אין די פירערשאַפט אין האָומלענד סעקיוריטי. אַלעיס איז אנגעזאגט געווארן אַז ער זאָל זיין צוגעגרייט צו פאַרלאָזן זיין פּאָסטן אלס הויפט פון די סיקרעט סערוויס אלס טייל פון די איבערגאַנג. אַלעיס וועט פארבלייבן אויף זיין פאזיציע ביז א נייע טשיף ווערט באשטימט.

פאַקס ניוז באריכטעט אז די געצווינגענע רעזיגנאציע איז נישט פארבינדן מיט די אינצידענט אין די "מאר-א-לאגא" רעזארט, ווען א פרוי איז ארעסטירט געווארן באזיצענדיג צווי כינעזער פאספארטן און קאמפיוטער ווירוסעס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל