דעפּאַרטמענט אוו האָומלענד סעקיוריטי סעקרעטאָרשע קירסטען ניעלסאָן רעזיגנירט פון די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע, האט דער פּרעזידענט געמאלדן אין אַ טוויט זונטאָג. קאָסטאָמס ענד באָרדער פּראָטעקשאָן קאָמישאָנער קעווין מעקאַלינען וועט דינען אלס צייטווייליגער היימלאַנד זיכערהייט סעקרעטאַר, האט דער פרעזידענט געמאלדן.
סעקרעטאַר פון האָומעלענד סעקיוריטי קירסטען ניעלסאָן וועט פאַרלאָזן איר שטעלע, און איך וויל איר באדאַנקען פאַר איר דינסט", האט טראָמפּ גע'טוויט'ד זונטאג... ...איך בין צופרידן צו מעלדן אַז קעווין מעקאַלינען, די איצטיגער יו.עס. קאָסטאָמס ענד באָרדער פּראָטעקשאָן קאָמישאָנער, וועט ווערן צייטווייליגער סעקרעטאַר. איך האָבן צוטרוי אַז קעווין וועט טאָן אַ גוטע אַרבעט!
ניעלסאָן'ס באלדיגע פארלאזן איז טייל פון א מאסיווע רעארגאניזאציע אנגעדרייט דורך טראָמפּ'ס הויפט ראטגעבער סטיווען מיללער. עס איז נאך אומקלאהר צו ניעלסאָן'ס פארלאזן איז געקומען פון איר באשלוס, אדער זי איז ארויסגעשטופט געווארן מיט דרוק פון איר פאזיציע וואס זי האלט שוין זינט דעצעמבער 6, 2017. ניעלסאָן'ס אַרויסגאַנג קומט נאָכדעם וואס טראָמפּ האט געמאלדן אז ער וועט אננעמען א שטרענגע שטעלונג איבער אימיגראציע.

עס איז נישט ערווארטעט אז מעקאַלינען זאל נאָמינירט ווערן אלס פערמענאנטער האָומלענד סעקרעטאַר.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל