מיט די מכת ה'מיזעלס פלאקערנדיג ארויס פון קאנטראל, האט די סיטי באשלאסן צו ענליך נעמען די זאך אין די האנט, און דערווייטערען די קינדער פון אומפאַראַנטוואָרטליכע עלטערן אז זיי זאלן נישט אנשטעקן אומשולדיגע און אומבאהאלפענע אידן.

די ניו יארק סיטי העלט דעפּאַרטמענט האָט היינט געמאלדן אז זי האט ארויסגעגעבן א קאַמישאַנער'ס אָרדערס צו אלע מוסדות החינוך אין וויליאמסבורג אַפעקטירט דורך די סקול אויסשליסונג מאַנדאַט. דאָס מיינט, אַז סיי וועלכע שולע וואס שטעלט זיך נישט צו, וועט באשטראפט ווערן מיט געלד און זיין אויסגעשטעלט צו פארמאכט ווערן.

אין דעצעמבער האט די העלט דעפּאַרטמענט באפוילן מוסדות און טשיילדקעיר צענטערן וואס באדינען דעם ארטאדאקסישע קאמיוניטי אין די אַפעקטירטע זיפ-קאָודס אין ברוקלין, אויסצושליסן אַלע אומוואַקסינירטע קינדער פון זיך באטייליגן אין חדר, סקול אָדער דעיקעיר ביז די מיזעלס אויסברוך איז דערקלערט פאראיבער. פאריגע מאנאט איז איינע פון די מוסדות אין וויליאַמסבורג דערקלערט געווארן אלס "נאָן קאָמפּלייענס" מיט די דעפּאַרטמענט'ס אויסשליסונג מאַנדאַט, ערלויבענדיג אומוואַקסינירטע אינגלעך צוריק אין חדר. די איינע מוסד איז פארבונדן צו מער ווי פערציג קעיסעס, ברענגענדיג א ריזיגע אויסברייטערונג אין די שוין-ביטערע אויסבראך.

לייענט אויך:
ענציקלאָפּידיע: וואַקסינאַציע


באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל