די אומפאַראַנטוואָרטליכע הנהלה פון מוסדות פאפא אין וויליאַמסבורג האט ערלויבט אַ עפּידעמישע מיזעלס אויסברוך צו ברענגן 21 פרישע וויקטימס דורכ'ן אריינלאזן א אומוואקסינירטע קינד, לויט די סיטי'ס הויפּט דאָקטער, וואס האט זיך געבעטן פון די עלטערן צו וואקסינירן זייער קינדער קעגן די די פּאָטענציעלע פאַטאַלע קראַנקהייט.

"אלס אַ פּידיאַטרישאָן, קען איך נישט גענוג אויסדרוקן ווי קריטיש וויכטיג עס איז צו וואַקסינירן קינדער קעגן מיזעלס", האט געזאגט דר. אָקסיריס באַרבאָט, דער קאָמישאָנער פון די דעפּאַרטמענט פון העלט. "מיזעלס איז אַ ערנסטע, העכסט-אנשטעקיג, און פּאָטענציעלע שטערבליכע אינפעקציע. קאָמפּליקאַציעס און פאַטאַליטעטן זענען זעלטן אָבער פאָרט פאַרהאַן".

פירער פון די פאפא חדר אויף ווילסאָן סטריט האָבן ערלויבט די אומוואקסינירטע אינגל זיך צו דרייען מיט אנדערע קינדער, כאָטש וואס די שטאט האָט ערקלערט א עמורדזשענסי צושטאַנד וואס פאַרלאַנגט געזעצליך פון די מוסד אַהיימצושיקן קינדער וואָס האָבן נישט באַקומען די פארלאנגט נומער פון דאָזעס פון די עם.עם.אר. וואַקסין, לויט העלט דעפּאַרטמענט באאמטע.

דער אומוואקסינירטע יונגל האט גראדע נישט אַרויסגעוויזן קיין סימפּטאָמן אין די צייט, אָבער איז שוין געווען אינפעקטירט פון די ווירוס, און די העכסט-אנשטעקיגע קרענק וואס כאפט זיך איבער אפילו דורך די לופט האט באלד אנגעשטעקט די שולע.

פארשטייט זיך אז די מנהלי המוסדות זענען נישט צו באקומען, ווען עלטערן און אנדערע האבן גערופן און פארלאנגט ענטפערס.


באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

2 תגובות

  1. די "אומפאַראַנטוואָרטליכע" הנהלה פון מוסדות פאפא אין וויליאַמסבורג??? אזוי? זענען זיי טאקע אזוי אומפאַראַנטוואָרטליך? די שרייבסט ווייטער "פארשטייט זיך אז די מנהלי המוסדות זענען נישט צו באקומען," נו אז די האסט נושט מברר געווען וואס דא איז פארגעקומען ווי אומפאַראַנטוואָרטליך איז דאס פון אייער זייט צו שרייען און באשמיצן?? איך גיי נישט אריין און די פאקט אז ס'איז דא צוויי זייטן און ס'גארנישט אזוי פשוט ווי די באשרייבס דאס. אבער די ווי אומפאַראַנטוואָרטליך איז דאס צו שרייען אומפאַראַנטוואָרטליך אויף אנדערע אן הערן וואס ער האט צו זאגן דעוועגן...

    השבמחק
  2. עס איז זייער פלעכט זיך צו ערקלערן, און די סיבה זיי באהאלטן זיך, ווייסט יעדער איינער. וועלכע צוויי זייטן צו די געשיכטע איז דא? איינע די באטראפענע און די אנדערע די "אומפאַראַנטוואָרטליכע"... איך בין א פאפענער טאטע וואס קען דאס נישט אראפשלינגן!

    השבמחק

הוסף רשומת תגובה

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל