אדוואקאטן וועלכע רעפרעזענטירן מענטשן רעכט ארגאניזאציעס, האבן איינגערייכט א קלאגע אינעם אינטערנאציאנאלן געריכט קעגן דעם סירישן דיקטאטור באשאר אל-אסאד, איבער די מענטשן רעכט פארלעצונגען און מערדערייען אינעם ציווילן קריג אין סיריע, וועלכע האלט אן זינט 2011, און האט אפגעקאסט נאהנט צו 400 טויזנט טויטע, און מיליאנען וועלכע האבן געמוזט אויסוואנדערן צו ארומיגע לענדער.
פריערדיגע פארזוכן צו קלאגן אסאד אינעם אינטערנאציאנאלן געריכט זענען נישט געלונגען, וויבאלד סיריע איז נישט קיין מיטגליד אינעם אינטערנאציאנאלן געריכט, אבער יעצט טוט די קלאגע רעפרעזענטירן 28 פליטים וועלכע געפונען זיך אין ירדן, און וויבאלד ירדן איז א מיטגליד אינעם געריכט, איז די קלאגע אנגענומען געווארן, און אסאד וועט מעגליך אויסשטיין אן אינטערנאציאנאלע ארעסט פארארדענונג וואס וועט אים אפהאלטן פון פארלאזן סיריע.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה