א הויכע פרעשור קומט אָן פון סאוטאיסט קאַנאַדע, און וועט אַראָפּהאַלטן טעמפּעראַטורן.

ניו יאָרק סיטי

היינט ביינאַכט: היבש א קלאהרע הימל, וועט די טעמפּעראַטור פאלן ביז בערך 23.
פרייטאָג בייטאָג: עס וועט ווערן מער פארוואלקענט, אבער די שאנסן פאר שניי איז שוואך. די העכסטע טעמפּעראַטור וועט ארויפגיין ביז בערך 37, וועט זיך עס שפירן צווישן 25 און 30.
פרייטאָג צונאַכטס: עס וועט זיין א צוואנציג פראצענטיגע שאנס פאר שניי, פאר 1:00 ביינאכט. מערסטענס פארוואלקנט, מיט די נידריגסטע טעמפּעראַטור בערך 30.
שב"ק בייטאָג: זוניג, מיט די העכסטע טעמפּעראַטור בערך 46, און וועט זיך שפירן 25-35 מיט די ווינטן.
מוצש"ק: רעגן וועט זיך אנהויבן בערך 10 ביינאכט, די טעמפּעראַטורן וועלן לויפן בערך 39 איבערנאכט.
זונטאָג בייטאָג: רעגנדיג ביז בערך 3 נאכמיטאג, מיט די העכסטע טעמפּעראַטור בערך 50.
זונטאָג ביינאַכט: מערסטענס פארוואלקענט, מיט די נידריגסטע טעמפּעראַטור בערך 40.
מאָנטאָג בייטאָג: מערסטענס זוניג, מיט די העכסטע טעמפּעראַטור בערך 49.
מאָנטאָג ביינאַכט: אביסל פארוואלקענט, מיט די נידריגסטע טעמפּעראַטור בערך 33.
דינסטאָג בייטאָג: זוניג, מיט די העכסטע טעמפּעראַטור בערך 44.
דינסטאָג ביינאַכט: היבש א קלאהרע הימל, מיט די נידריגסטע טעמפּעראַטור בערך 30.
מיטוואָך בייטאָג: זוניג, מיט די העכסטע טעמפּעראַטור בערך 43.
מיטוואָך ביינאַכט: אביסל פארוואלקענט, מיט די נידריגסטע טעמפּעראַטור בערך 34.

מאָנסי און קרית יואל

היינט ביינאַכט: מיט א מערסטענס קלאהרע הימל, וועט די טעמפּעראַטור פאלן ביז בערך 13 אין מאנסי און 10 אין ק"י.
פרייטאָג בייטאָג: די שאנסן פאר שניי איז שוואך. מער פארוואלקענט, מיט די העכסטע טעמפּעראַטור בערך 33-34, וועט זיך עס שפירן צווישן 15 און 25.
פרייטאָג צונאכטס: מערסטענס פארוואלקענט, מיט די נידריגסטע טעמפּעראַטור בערך 25 אין מאנסי און 21 אין ק"י.
שב"ק בייטאָג: זוניג, מיט די העכסטע טעמפּעראַטור בערך 42-44.
מוצש"ק: פארפרוירענע רעגן און רעגן געמישט מיט שניי הייבט זיך ערשט אָן אין ק"י פון בערך 10 ביינאכט ביז בערך 2 פארטאגס, און דאן טוישט עס זיך צו געהעריגע רעגן געמישט מיט שניי. אין מאנסי הייבט זין אָן רעגן געמישט מיט שניי נאך 4 פארטאגס. די פרישע שניי געמיש קען מעגליך שאפן א פרישע שיכט ביז א האלבע אינטש אין מאנסי, און מערסטענס א אינטש אין ק"י. עס איז נישט ערווארט קיין ערנסטע גליטשיגע צושטאנדן. די טעמפּעראַטורן וועלן אראפקלאפן אין ק"י ביז בערך 29, אבער אין מאנסי וועט זיך עס האלט ביי בערך 35.
זונטאָג בייטאָג: רעגן בעיקר ביז 3 נאכמיטאג, מיט די העכסטע טעמפּעראַטור בערך 46-48.
זונטאָג ביינאַכט: מערסטענס פארוואלקענט, מיט די נידריגסטע טעמפּעראַטור בערך 34-35.
מאָנטאָג בייטאָג: אביסל זוניג, מיט די העכסטע טעמפּעראַטור בערך 45-46.
מאָנטאָג ביינאַכט: אביסל פארוואלקענט, מיט די נידריגסטע טעמפּעראַטור בערך 28-29.
דינסטאָג בייטאָג: זוניג (אביסל שוואכער אין ק"י), מיט די העכסטע טעמפּעראַטור בערך 40-41.
דינסטאָג ביינאַכט: א מערסטענס קלאהרע הימל, מיט די נידריגסטע טעמפּעראַטור בערך 23-25.
מיטוואָך בייטאָג: זוניג, מיט די העכסטע טעמפּעראַטור בערך 42-43.
מיטוואָך ביינאַכט: אביסל פארוואלקענט, מיט די נידריגסטע טעמפּעראַטור בערך 28-30.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל