צום ערשטן מאל אין איר היסטאריע, האט דער מענטשן רעכט קאנסיל פון די יו.ען. פארדאמט סאודי אראביע איבער מענטשן רעכט פארלעצונגען, הויפטזעכליך איבער די שיקזאל פון פרויען אינעם קעניגרייך, און איבער דעם ארעסט פון פילע מענטשן רעכט אקטיוויסטן אין לאנד. דאס קומט נאכדעם וואס סאודי אראביע האט פאריגע וואך געמאלדן אז זי וועט ברענגען קלאגעס קעגן א רייע אקטיוויסטן איבער ״אונטערמינעווען די זיכערהייט פון סאודי אראביע״. דער סטעיטמענט האט אויך פארדאמט סאודי אראביע איבער דערשטיקן דעם אויספארשונג ארום דעם מארד פון זשאמאל קאשוגי, דער סאודיער דזשורנאליסט וואס איז אומגעברענגט געווארן אין טערקיי.
דאס קומט אין א צייט וואס די אינטערנאציאנאלע דרוק אויף סאודי אראביע שטייגט, און די טראמפ אדמיניסטראציע קומט אונטער קריטיק פאר׳ן באשיצן די סאודיער. דער פלארידע סענאטאר מארקא רוביא האט נעכטן קריטיקירט די נאנטע באציאונגען צווישן די טראמפ אדמיניסטראציע און סאודי אראביע, זאגנדיג אז דער קרוינפרינץ בין-סאלמען איז א ״פולשטענדיגע כוליגאן״ וואס קימערט זיך נישט מיט מענטשן רעכט.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה