פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אונטערגעשריבן אַן עקזעקיוטיווע דעקרעט וועלכע אנולירט א רעגולאציע וועלכע פארלאנגט אז דער אמעריקאנער מיליטער מוז פארעפנטליכן א באריכט איבער די צאל אטאקעס וואס זי פירט דורך מיט דראונס און וויפיל טויטפעלער דאס האט פאראורזאכט, אין א פארזוך צו געבן מער פרייהייט פאר די מיליטער זיך צו באנוצן מיט דראונס און פארמיידן די עפנטליכע קריטיק איבער דעם פראגראם.
דער רעגולאציע איז אונטערגעשריבן געווארן דורך פרעזידענט אבאמא, נאכדעם וואס די מיליטער איז געקומען אונטער קריטיק איבער די געהיימניס פון איר דראון פראגראם. די קריטיקירער זאגן אז פילאטלאזע פליגער מאכן אָן גרעסערע חורבנות אויפ׳ן פראנט ווי געווענליכע לופט אטאקעס, און ברענגט מיט זיך פילע ציווילע פאטאליטעטן.
דער שריט איז קריטיקירט געווארן דורך דעמאקראטן, וועלכע זאגן אז דאס וועט פירן צו אן אויפשטייג אין ציווילע פאטאליטעטן, און קען ברענגען מער אויפברויז אינעם מיטל מזרח קעגן אמעריקע. דער פארזיצער פונעם קאנגרעסיאנעלע שפיאנאזש קאמיטע עדעם שיף האט געזאגט אז דעמאקראטן באטראכטן א פלאן צו אויפברענגען א פרישע געזעץ וועלכע זאל אנולירן דעם עקזעקיוטיוון דעקרעט.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה