דער געוועזענער פריינט און היינטיגער פיינט פון פרעזידענט טראמפ מייקל קאהן, האט אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט אין וועלכע ער פארלאנגט אז פרעזידענט טראמפ זאל דעקן זיינע לעגאלע אויסגאבן אין די אנגייענדע פראצעס וועלכע ער שטייט אויס איבער קאמפיין פינאנץ פארלעצונגען איבער׳ן באצאלן שווייגעניש געלט דורכאויס דעם קאמפיין פאר אינדיווידועלן מיט נעגאטיווע אינפארמאציע קעגן דעם פרעזידענט. אינעם קלאגע טוט ער אונטערשטרייכן, אז ער האט דורכגעפירט די פארלעצונגען אויפ׳ן דירעקטן פארלאנגט פונעם פרעזידענט וועלכער האט אים שפעטער צוריקגעצאלט דאס געלט, און זאגט אז זיינע לעגאלע קאסטן האבן אים אפגעקאסט מיליאנען, און דאס דארף ווערן באצאלט דורכ׳ן פרעזידענט.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל