א ברייטע דעלעגאציע פון נטורי קרתא פון מאנסי און ברוקלין זענען נעכטן אראפגעקומען קיין וואשינגטאן אין א פארזוך זיך צו טרעפן מיט קאנגרעספרוי אילהאן אמאר וועלכע קומט אונטער קריטיק פון ביידע פארטייען איבער אירע באמערקונגען אז פרא-מדינת ישראל געזעצגעבער זענען נישט געטריי צו אמעריקע, א זאך וואס האט געברענגט פארדאמונגען אלס אנטיסעמיטיש. די דעלעגאציע האט זיך געשטעלט פארנט פון איר אפיס אין א פארזוך צו באקומען אן אוידיענץ, אבער די קאנגרעספרוי האט זיך אנטזאגט זיי צו אויפנעמען, און איר ווארטזאגער האט קלארגעשטעלט אז זיי זענען געקומען אומגעלאדענט און "קאנגרעספרוי אמאר זוכט נישט זיך צו טרעפן מיט זיי נישט היינט און נישט אין די צוקונפט".




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל