לעגיסלאטיווע פירער פון ביידע פארטייען אין קאנגרעס האבן ארויסגעגעבן א געמיינזאמע פארדאמונג קעגן די דעמאקראטישע קאנגרעספרוי אילהאן אמאר פון מינעסאטע, און איר באשולדיגט אז אירע באמערקונגען קעגן די עיפאק לאבי און די טראדיציאנאלע שטיצע פון אמעריקע פאר מדינת ישראל קלונגט אנטיסעמיטיש. דאס קומט נאכדעם וואס די קאנגרעספרוי האט געזאגט אז די אומפארטייאישע שטיצע אין קאנגרעס פאר די אנטי-באיאקאט געזעץ וועלכע באשיצט מדינת ישראל איז א רעזולטאטן פון ״בענדשאמינ׳ס״ - וועלכע איז א צונאמען פאר׳ן הונדערט דאלער ביל  - וואס קאנגרעסלייט באקומען פון עיפעק.

דאס האט אויסגערופן אויפברויז ביי אידישע ארגאניזאציעס וועלכע האבן אנגעוויזן אז עיפא״ק טוט נישט ביישטייערן צו פאליטישע קאמפיינען, און אז דאס באשולדיגן אז אידן האבן אומפארפארציאנעלע איינפלוס צוליב געלט קלונגט ווי אן אנטיסעמיטישע קאנספיראציע. די דעמאקראטישע פירער פון קאנגרעס נענסי פעלאוסי האט אין א סטעיטמענט פארלאנגט פון אמאר זיך צו אנטשולדיגן.

אמאר האט אין א סטעיטמענט געשריבן ״אנטיסעמטיזם איז א ריכטיגע געפאר, און דעריבער וויל איך מיך באדאנקן פאר מיינע אידישע פריינט וואס לערנען מיר איבער די שוידערליכע היסטאריע פון אנטיסעמיטיזם, איך האב קיינמאל נישט געמיינט צו נוצן א טערמין וואס באליידיגט אידן, איך טו מיך אומצוויידייטליך אנטשולדיגן״.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל