מאכטפולע געזעצגעבערס האבן געזאגט אז זיי האָבן דערגרייכט אַ אומגעפארטיגטע אפמאך איבער אימיגראציע געזעצן און פאנדינג פאַר א גרעניץ וואנט, אַ אפמאך וואס - אויב עס ווערט אונטערגעשריסן דורך פרעזידענט טראמפּ - וועט פארמיידן נאך א רעגירונג שאָטדאַון וואס קען זיך אנדערש אָנהייבן ענדע וואָך.

ווייסע הויז באאמטע האבן נישט געהאט קיין קאמענטארן איבער די פּרילימאַנערי אפמאך, וועלכע איז היבש שוואכער פון טראמפ'ס פאדערונגען פאר פאנדינג צו בויען מער ווי 200 מייל פון וואנט לענגאויס די אמעריקע-מעקסיקאנער גרעניץ. און כאטש קאנגרעסיאָנאַלע פארהאנדלער האבן געזאגט אַז זיי זענען האָפן אז טראמפּ וועט אונטערשרייבן דעם אפמאך, האבן זיי געזאגט אז זיי האבן נישט באקומען קיין שום פארזיכערונג.

די דורכבראך אין קאנגרעס איז געקומען נאָך אַ רייע מיטונגען צווישן די העכסטע פאַרהאַנדלער אין דער הויז און סענאַט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל