דער ניו יארק טיימס איז נעכטן ארויסגעקומען מיט א באריכט פון קוועלער אינעם שטאב פונעם ספעציעלן אויספארשער ראבערט מוללער וועלכע זאגן אז דער אטוירני דזשענעראל וויליאַם באַר האט אין זיין ״סך הכל בריוו״ פונעם מוללער באריכט ארויסגעלאזט וויכטיגע טיילן פונעם באריכט וועלכע זענען - לויט זיי - מער נעגאטיוו קעגן פרעזידענט טראמפ. דער ״ניו יארק טיימס״ ציטירט אנאנימע קוועלער אינעם מוללער שטאב, וועלכע זאגן אז דער שטאב פונעם ספעציעלן פראקוראר האבן אנגעגרייט זייערע אייגענע פארקורצערונגען פונעם 400 בלעטערדיגן באריכט וועלכע לייגן ארויס א מער באלאנסירטע סך הכל פונעם באריכט, אבער דער אטוירני דזשענעראל האט אויסגעוועלט צו שרייבן א בריוו וועלכע טוט גענצליך ריינוואשן דעם פרעזידענט.

א ווארטזאגער פאר׳ן יוסטיץ דעפארטמענט האט רעאגירט צום באריכט אין די פרעסע, זאגנדיג אז דער אטוירני דזשענעראל האט געהאט לעגאלע חשבונות מיט׳ן שרייבן דעם בריוו, און ער האט באשלאסן גענצליך נישט אריינצוגיין אינעם אינהאלט פונעם באריכט וויבאלד דאס וואלט געקענט פארלעצן דאס געזעץ וועלכע פארלאנגט אז אינפארמאציע פונעם גרענד דזשורי דארף בלייבן א געהיימניס. די רעאקציע פונעם יוסטיץ דעפארטמענט טוט אונטערשטיצן דעם באריכט פונעם ניו יארק טיימס, אז דער באריכט אנטהאלט אינפארמאציע וועלכע קען שאטן פאר פרעזידענט טראמפ, און דעמאקראטן טוען דערפאר פארשטערקערן זייער דרוק אויפ׳ן אטוירני דזשענעראל אז ער זאל פארעפנטליכן דעם גאנצן באריכט מיט בלויז מינימום צענזור וואס פאדערט זיך געזעצליך.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל