קאנגרעס האט דורכגעפירט א רעזאלוציע וועלכע פארלאנגט אז אמעריקאנער קרעפטן זאלן זאפארט פארלאזן תימן, און אמעריקע זאל ענדיגן די מיליטערישע שטיצע פאר סאודי אראביע אינעם ציווילן קריג אין תימן, וועלכע ווערט באצייכנט דורך די יו.ען. אלס די ״ארגסטע הומאניטארע קריזיס אין די וועלט״. דער רעזאלוציע איז שוין באשטעטיגט געווארן אינעם סענאט, און האט גענאסן שטיצע פון ביידע פארטייען און איז אריבער מיט א שטארקע מערהייט פון 247 צו 175. דאס שטרייכט אונטער די קעגנערשאפט פון פילע רעפובליקאנער צו די פרא-סאודיער אויסערן פאליסי ליניע פון די טראמפ אדמיניסטראציע.

דאס איז דאס ערשטע מאל וואס קאנגרעס באנוצט זיך מיט א געזעץ וואס איז אריבער אין 1973, וועלכע גיבט פאר קאנגרעס די רעכט צו ענדיגן א קריג. אבער פרעזידענט טראמפ האט שוין אנגעדייטעט אז ער וועט וועטאָאירן דעם רעזאלוציע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל