אין ווייסן הויז הויז איז נעכטן פארגעקומען א איינדרוקספולע באגעגעניש צווישן דעם פרעזידענט און הויכע באאמטע אין די אדמיניסטראציע און הונדערטער אידישע פארשטייער, הויפטזעכליך פון ארטאדאקסישע קהלות איבער די פאראייניגטע שטאטן. עס זענען געהערט געווארן רעדעס פון דער חב״ד פארשטייער אין וואשינגטאן הרב לוי שם-טוב, און אזוי אויך האט א סטעיט דעפארטמענט פארשטייער איבערגעגעבן א באריכט איבער די פארזוכן פון די אדמיניסטראציע צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם. מערקווירדיג אז אנדערש ווי ביי די פריערדיגע אדמיניסטראציעס איז דאס יאר אנוועזנד געווען בלויז ארטאדאקסישע פארשטייער און עס האבן זיך נישט אנגעזען קיין פארשטייער פון די רעפארם באוועגונגען.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל