קאנגרעספרוי נאדיע וואלעסקעז האט געעפנט א וויי געשריי קעגן די פעדעראלע אימיגראציע אגענטור ״אייס״ נאכדעם וואס זי האט באקומען א קאמפלעין אז די אגענטור האלט צוריק כשר׳ע עסן פון א איד וואס געפונט זיך אין זייערע איינריכטונגען צוליב אימיגראציע פארלעצונגען, דער איד וועמען די קאנגרעספרוי האט אידענטיפיצירט אלס דוד קאהן זאגט אז ער איז געצווינגען צו הונגערן וויבאלד די אגענטן איגנארירן זיינע פארלאנגען. די קאנגרעספרוי זאגט אז דאס איז בלויז איין פאל פון הונדערטער קאמפלעינס איבער שווערער פארלעצונגען צו די מענטשן רעכט און די רעליגיעזע רעכטן פון די טויזנטער אומלעגאלע אימיגראנטן וואס זענען אונטער די אויפזיכט פון די אייס אגענטור.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל