אין א לענגערע אינטערוויו אין וועלכע זי האט זיך באצויגן צו די נייע ווינטן וועלכע בלאזן אין די דעמאקראטישע פארטיי האט די ספיקער נענסי פעלאוסי אפגעווארפן די פרישע אטאקעס פון טראמפ און די רעפובליקאנער איבער אנטיסעמיטיזם אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי, זאגנדיג אז עס איז גרונדלאז און די פארטיי פארמאגט נישט קיין ״פלעק״ פון אנטיסעמיטיזם. זי האט דערביי זיך אויך באצויגן צו די פראגרעסיווע פליגעל פונעם פארטיי ווי קאנגרעספרוי אקאסיא-קארטעז און אילהאן אמאר זאגנדיג אז עס איז נישט קיין קונץ אז זיי האבן געווינען וויבאלד זיי זענען אין שטארק דעמאקראטישע דיסטריקטס און ״א גלאז וואסער מיט די אויפשריפט דעמאקראט״ וואלט אויך געווינען דארטן.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה