פעדעראלע באאמטע האבן געזאגט דינסטאג אז זיי האבן געכאפט א 1.2 ביליאָן דאָלער'דיגע מעדיקעיר שווינדל וואָס איז געווען אויסגעשפרייט איבער קאָנטינענטן און האבן ארויסגע'נער'ט הונדערטער טויזנטער עלטערע און קראנקע פּאַציענטן. אונטער די פּלאט, וואָס די אויטאריטעטן שילדערן אלס איינע פון די גרעסטע העלט-קעיר שווינדל אין די פאַראייניגטע שטאַטן'ס געשיכטע, האבן די דאקטוירים פארשריבן אומנויטיגע רוקן, אַקסל, האַנט און קני ברעיסעס, האבן פּראָקוראָרס געזאגט. 24 מענטשן זענען אנגעקלאגט געווארן, לויט די יוסטיץ דעפּאַרטמענט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל