אנרופענדיג זיי "געלט-גייציג" און "ערנסטע מיסברויכן", האט די פאמיליע פון אַן אמעריקאנער מענטש וואס איז געשטארבן ווען אַ עטיאָפּיען עירליינס פלעין האט געקראַכט פאריגע מאנאט גע'פייל'ט אַ לאָוסוט מאנטאג קעגן באָואינג, דער פאַבריצירער פון די 737 מעקס עירקראַפט. די קלאגע, גע'פייל'ד געווארן אין די יו. עס. דיסטריקט קאָרט אין שיקאַגאָ, ווו באָואינג איז באזירט, טענה'ט אַז באָואינג האט נישט געלאזט וויסן פאר פּילאָטן איבער די געפארן און ריזיקעס פון אַ נייע אויטאמאטישע אַנטי-סטאָל סיסטעם באקאנט ווי עם.סי.עי.עס. עס טענה'ט אויך אַז באָואינג האט "אַקטיוו פאַרבאָרגן די נאַטור פון די אויטאמאטישע סיסטעם דעפעקטן", און דערביי דעמאנסטרירט אַ "באַוואוסטזיניגע אומאַכטונג פאַר די לעבן פון אנדערע".



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל