טויזנטער פאסאזשירן איבער די וועלט זענען געבליבן געשטראנדעט, נאכדעם וואס די פאפולארע ביליגע לופליניע ״וואו עיר״ האט געמאלדן אז זי שליסט דאס געשעפט וויבאלד זיי זענען אויסגעלאפן פון געלט און האבן נישט באוויזן אויפצוטרייבן רעגירונג פאנדן און אינוועסטירונגען. די לופטליניע האט אפערירט פילע צענדליגע רוטס ארום די וועלט מיט אן איבערשטייג אין אייסלאנד, און די פלוצלינגע מעלדונג האט געלאזט איבער צוויי טויזנט פאסאזשירן געשטראנדעט אין לוטפפעלדער איבער די וועלט אהן קיין בילעטן צו פארן ווייטער. א ענליכע ענדע האט געהאט א דענישע ביליגע לופטליניע ״פריימערא״, וועלכע האט באנקראטירט פאריגן אקטאבער אויפ׳ן זעלבן פארנעם, און נאך עטליכע ביליגע לופטליניעס. דאס שטרייכט אונטער דעם פראבלעם פון לאו-בודשעט לופטליניעס, וועלכע פארדינען גאר ווייניג און קענען זיך דעריבער נישט ספראווען מיט אומגעראכטענע אויסגאבן און דאס פאלט אויף די רייזנדע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל