סיריע האט באשולדיגט מדינת ישראל אין מאכטפולע אויפרייסן וועלכע האבן פארניכטעט עטליכע וואפן מאגאזינען אינעם אינטערנאציאנאלן לופטפעלד אין אלעפא סיריע, און דער סירישער מיליטער האט געזאגט אז איר מיסיל שוץ סיסטעם האט אפגעשלאגן רוב פון די מדינת ישראל מיסילס. די אויפרייסן זענען געווען גאר מאכטפול און האבן זיך אנגעזעהן פאר מיילן ווייט. די מעלדונג פון די סיריער מיליטער האט נישט באריכטעט געווארן קיין מענטשליכע פארלוסטן, אבער אנדערע קוועלער האבן געזאגט אז עס זענען אומגעקומען אזויפיל ווי 25 איראנער מיליטערלייט. מדינת ישראל האט נישט רעאגירט צו די באריכטן, אנהאלטנדיג איר פאליסי פון נישט נעמען אפיציעלע פאראנטווארטליכקייט פאר אירע אקטיוויטעטן אין סיריע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל