דער סענאטאר פון ניו דזשערזי, פרעזידענטליכער קאנדידאט קאורי בוקער, האט איבעראשט די פארזאמלטע אין טאון האל מיטינג וואס איז אפגעראכטן געווארן דורך די סי-ען-ען טעלעוויזיע נעץ, ווען ער האט זיך באנוצט מיט זיינע תורה קענטעניסן ביים ענטפערן אויף פראגעס. ווען ער איז געפרעגט געווארן דורך איינער פון די אנוועזנדע איבער זיינע רעליגיעזע אנשויאונגען, האט בוקער רעאגירט זאגנדיג ״אין די תפילות פון די ימים נוראים זאגן אידן כי ביתי בית תפלה יקרא לכל העמים״, און דאן געזאגט אז – להבדיל – די פאראייניגטע שטאטן דארף אויך זיין א בית תפלה לכל העמים וואו אלע רעליגיעס קענען פראקטיצירן רעליגיע אומגעשטערט.
דאס איז דאס ערשטע מאל וואס בוקער שוויצט מיט זיינע תורה קענטעניסן וואס ער האט זיך איינגעקויפט א דאנק נאנטע פריינטשאפט מיט א אידישן רב מיט וועמען ער האט געלערנט תורה אין זיינע יונגע יארן. בוקער גלייכט אלעמאל צו זאגן א ווארט אויף די וואכעדיגע פרשה ווען אימער ער טרעפט זיך מיט אידן, און הייבט אלעמאל ארויס זיין נאנטקייט צו אידישקייט און וויצלט זיך אפט אז ער קלערט פון זיך מגייר זיין.
שפעטער אין לויף פונעם טאון האל האט בוקער אויך געזאגט ״די שענסטע מחזה וואס איך האב נאר אמאל געזען איז ווי אידישע בחורים טאנצן און זינגען מיט זייערע קאפלעך און ציצית, דאס מאכט מיך שטאלץ צו זיין אן אמעריקאנער צו זעהן אז אידן געניסן דא פון אבסעלוטע פרייהייט. און דאס זעלבע פאר יעדע אנדערע רעליגיע״.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה