קאנסילמאן ר׳ קלמן יעגער - וועלכער פארטרעט טיילן פון ברוקלין וואס נעמט אריין בארא פארק – האט געברענגט א שטורעם ווען ער האט געמאכט קאנטראווערסיאלע באמערקונגען אויף טוויטער, און ער איז פארדאמט געווארן דורך מעיאר דעבלאזיא און פילע שטאטישע באאמטע וועלכע האבן אים געבעטן זיך צו אנטשולדיגן. יעגער האט רעאגירט צו אן ארטיקל אין א לאקאלע צייטונג וועלכע ציטירט אים זאגנדיג ״אזוי-גערופענע פאלעסטינער״ און ער האט געשריבן ״יא, איך זאג עס נאכאמאל, עס איז נישטא אזא זאך ווי פאלעסטינע״.

דאס האט געברענגט א פלייץ פון פארדאמונגען, אריינגערעכנט פון פילע קאלעגעס אין סיטי-קאנסיל, וועלכע האבן געזאגט אז ער טוט דערמיט לייקענען די עקזיסטענץ פון א פאלעסטינער פאלק, און איז דעריבער א העסליכע סטעיטמענט, דער מעיאר האט געשריבן ״איך שטעל מיך קעגן יעדן איינעם וואס קלערט אז מדינת ישראל האט נישט די רעכט צו עקזיסטירן, אבער דאס זעלבע בין איך קעגן אזעלכע וואס זאגן אז פאלעסטינער האבן נישט קיין רעכטן״

געוויסע זענען געגאנגען ווייטער און פארלאנגען אז יעגער זאל אפגעזאגט ווערן פון זיין פאזיציע אויף די אימיגראציע קאמיטע אין סיטי קאנסיל, און דער ספיקער קארי דשאנסאן האט געזאגט אז עס ווערן אפגעהאלטן געשפרעכן איבער אזא שריט ״ווען איינער לייקנט די עקזיסטענץ פון אן אנדער פאלק מעקט ער אויס זייערע רעכטן, איך ווייס נישט אויב ער האט א פלאץ אויף דעם קאמיטע״ האט דער ספיקער געזאגט.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל